לעבנס־פֿראַגן

כל העיתונים

שפות

מדורים

מדינות פרסום

שנות פרסום

סנן עיתונים לפי שנים
לעבנס־פֿראַגן
תדירות: ירחון
שפה: יידיש
שנות פרסום:
1951 - 2014
מדינה: ישראל
מקום הפרסום: תל אביב
עורכים: י. ארטוסקי (יששכר אייכנבוים) 1971-1951, יצחק לודן 2014-1971

אַן אַרייַנפֿיר אויף ייִדיש שטייט נאָך דעם אַרייַנפֿיר אויף העברעיִש

לעבנס־פֿראַגן: סאָציאַליסטישע חודש־שריפֿט פֿאַר פּאָליטיק, ווירטשאַפֿט און קולטור (שאלות חיים: ירחון סוציאליסטי לפוליטיקה, כלכלה ותרבות) החל לצאת לאור בתל אביב במאי 1951. הופיע במשך 43 שנים עד יוני 2014. הירחון היה ביטאון אירגון ה'בונד' בישראל, שנרשם כעמותה בשם 'אַרבעטער-רינג – ברית העבודה', עמותת אחות של ארגון 'ארבעטער רינג' בארצות הברית.
לעבנס-פֿראַגן הוא חוליה אחרונה בשרשרת הפרסומים של תנועת ה'בונד' במזרח אירופה ובעולם. זה גם כתב העת האחרון שהופיע בישראל ביידיש.
ה'בונד' –'אלגעמיינער יידישער אַרבעטער-בונד אין רוסלאַנד, ליטע און פּוילן' (ברית הפועלים היהודים ברוסיה, ליטא ופולין) נוסד ב-1897 בווילנה כארגון סוציאל-דמוקרטי יהודי, שנאבק נגד משטר הדיכוי הצארי ולמען הענקת זכויות חברתיות ולאומיות ליהודים בכלל ולפועלים היהודים בפרט, מתוך תפיסה שעליהם להמשיך בקיומם במקומות בהם הם חיים ולחתור להקמתה של חברה סוציאליסטית. בתוך הציבוריות היהודית החילונית היווה ה'בונד' אלטרנטיבה אידאולוגית וארגונית לציונות מצד אחד, ומאוחר יותר לקומוניזם מצד אחר. ה'בונד' היה מפלגה יהודית גדולה ולוחמת ברוסיה, בפולין בין שתי מלחמות העולם, ובפזורותיה של יהדות מזרח אירופה בעולם – ארצות הברית, צרפת, ארגנטינה, קנדה, מקסיקו, אוסטרליה ועוד.
'אבי' תנועת הבונד הארץ ישראלית היה בן-ציון (בענצל) צלביץ' (1885- 1962), יליד ביאליסטוק, שהגיע לא"י עוד בשנת 1922 ומיד עם הגיעו ארצה החל לפעול להטבת תנאי העבודה של הפועלים. צלביץ' נאבק גם למען תרבות היידיש בישראל ועסק בהפצת פרסומים ביידיש מחו"ל – עיתונות וספרים.
לאחר השואה, בסוף שנות הארבעים ובשנות החמישים של המאה העשרים, הגיעו לישראל בונדאים רבים, ניצולי השואה מאירופה. נוספים הגיעו מאוחר יותר, עם גלי העזיבה מפולין הקומוניסטית. הגעתם שינתה את היקף פעילותו של הארגון הישראלי, שמנה עד לבואם מניינים בודדים. ב-1951 התמנה צלביץ' ליו"ר אירגון ה"בונד" בישראל ולעורך האחראי של 'לעבנס-פֿראַגן'. העורך בפועל היה יששכר אייכנבוים (י. ארטוסקי). הוא כתב את מאמרי המערכת וטורי הדעות ואקטואליה. לאחר מותו של צלביץ' ב-1962, המשיך ארטוסקי לשמש עורך הביטאון עד לפטירתו בדצמבר 1971. יצחק לודן (יליד ורשה, 1922), התמנה לעורכו השני ושירת בתפקיד זה במשך 43 שנה, עד לסגירתו; הגיליון האחרון של הביטאון ראה אור ביוני 2014.
עיתונות ה'בונד', אשר לה מסורת ארוכה של עשרות שנים, הייתה נאמנה לשמותיהם של הביטאונים ההיסטוריים של התנועה. השם לביטאון החדש בתל-אביב נבחר כדי להנציח את 'לעבענס פֿראַגען' ההיסטורי, שבין עורכיו היה המנהיג האגדי ולאדימיר מֶדֶם. 'לעבענס פֿראַגען' יצא לאור לראשונה בשנת 1912 בוורשה, אך נסגר ע"י השלטונות הצאריים לאחר הגיליון הראשון. העורך, המו"ל וחלק מן המשתתפים קיבלו עונשים כבדים, עד כדי מאסר ממושך והגליה לסיביר. הופעתו של הביטאון התחדשה ב-1916, כשוורשה הייתה תחת שליטה גרמנית במלחמת העולם הראשונה; ב-1918 הוא הפך ליומון, עובדה שסימנה את התעצמותו של ה'בונד' לאחר מלחמת העולם הראשונה. הוא סבל מהתנכלותם של השלטונות, וב-1920 נסגר שוב בפקודת בית המשפט של פולין העצמאית. בהמשך הדרך הופיע ביטאון ה'בונד' תחת השם 'פֿאָלקסצײַטונג', עיתון יומי מקובל מאוד שיצא לאור בוורשה עד ה-23 בספטמבר 1939, אחרי פלישת הצבא הגרמני לפולין. שרידיה של התנועה שהגיעו לתל אביב מצאו לנכון להחיות מחדש את שמו של אחד מביטאוניה המוקדמים, והכותרת גם שימרה את הצורה הטיפוגרפית המקורית.
גיליון רגיל של 'לעבנס־פֿראַגן' כלל בהתחלה 16 עמודים; לאחר זמן, כשהפך לדו-ירחון, יצא לאור ב-24 ומאוחר יותר ב-28 עמודים. מאמר המערכת פורסם בדרך כלל בשער הקדמי. העמודים הראשונים הוקדשו לשאלות פוליטיות, כלכליות וחברתיות אקטואליות בישראל ובעולם, כשהן מוארות מזווית ביקורתית ברוח ערכיו של ה'בונד'. טור קבוע של ביקורת, בעיקר מקומית, הופיע בכותרת 'אגב אורחא', פרי עטו של 'בן-יעקב' (אחד משמות העט של ארטוסקי; שמות עט אחרים משלו: ל. קאסטנער, י. סאמטער, י.ס.). בירחון נדפסו גם יצירות ספרות (שירה, פרוזה) וביקורת ספרותית, תיאטרון ואמנות; כמו כן התפרסמו בו סקירות על ספרי יידיש שראו אור בארץ ובעולם, ואזכורים על יידיש וספרותה שפורסמו בעיתונות העברית. העמודים האחוריים הוקדשו לידיעות על הנעשה בתנועה העולמית והישראלית, ולמודעות אישיות – גם שמחות של חברים וגם מודעות אבל.
הכותבים היו חברי ואוהדי ה'בונד' מרחבי העולם ומישראל, וכן אנשי עט מעולמה של תרבות היידיש. גיליונות מיוחדים פורסמו לציון מרד גטו ורשה, יום השנה לרצח סופרי יידיש בברית המועצות ולרגל האחד במאי.
פורמט זה, עם הדגש על עולם היידיש, נשמר בדרך כלל בתקופתו של יצחק לודן כעורך. בעשורים האחרונים של המאה הלכו והתמעטו הכותבים, כחלק מהידלדלותה של התנועה ושל מספר דוברי יידיש בעולם. עם השנים ניכרת על כן מעורבותו הרבה יותר של העורך גם בכתיבה תחת שמות עט שונים (בן אוריש; אסתּרמאַן). במקביל חלה בשנים האחרונות ירידה בתדירות הפרסום. 736 גיליונות של 'לעבנס־פֿראַגן' מהווים תיעוד ייחודי של תקופה נרחבת ומשמעותית בהיסטוריה של ישראל ושל העם היהודי בארץ ובעולם. חלק מן החומר הכלול בגיליונות אלה נשאר אקטואלי הרבה מעבר לזמן פרסומו. המוטו שהופיע מעל כותרת הביטאון בשנים האחרונות היה: "טבול את העט במצפון לפני שאתה טובל אותו בדיו", והוא מאפיין את עמדותיו העקביות של כתב-העת.

יצחק לודן
ד"ר גלי דרוקר בר-עם

 


לעבנס-פֿראַגן: סאָציאַליסטישע חודש-שריפֿט פֿאַר פּאָליטיק, ווירטשאַפֿט און קולטור האָט אָנגעהויבן אַרויסגיין אין תּל-אָבֿיבֿ אין מײַ 1951. אַרויס במשך 43 יאָר, ביז יוני 2014. דאָס איז געווען דער אָרגאַן פֿון 'בונד' אין ישׂראל, וואָס איז פֿאָרמעל געווען רעגיסטרירט אונטערן נאָמען 'אַרבעטער-רינג – ברית העבודה', אַ שוועסטער-אָרגאַניזאַציע פֿונעם 'אַרבעטער-רינג' אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
לעבנס-פֿראַגן איז דער לעצטער רינג אין דער לאַנגער קייט פֿון דער בונדישער פרעסע אין מזרח-אייראָפּע און איבער דער וועלט. דאָס איז אויך די לעצטע צײַטשריפֿט אויף ייִדיש וואָס איז אַרויס אין ישׂראל.
דער 'בונד' – 'אַלגעמיינער ייִדישער אַרבעטער-בונד אין רוסלאַנד ליטע און פּוילן' איז געגרינדעט געוואָרן אין ווילנע אין 1897 ווי אַ ייִדישע סאָציאַל-דעמאָקראַטישע פּאַרטיי, וואָס האָט געקעמפֿט קעגן דעם צאַרישן רעזשים און פֿאַר דער גלײַך-באַרעכטיקונג פֿון ייִדן בכלל – פערזענלעכע און נאַציאָנאלע, און פֿון ייִדישע אַרבעטערס בפֿרט. דער 'בונד' האָו געהאַלטן אַז ייִדן און ייִדישע ארבעטערס דאַרפֿן ממשיך זײַן זייער קיום אין די לענדער וווּ זיי וווינען און קעמפֿן פֿאַר אַ סאָציאַליסטישער געזעלשאַפֿט. אין דעם ייִדישן ציבור האָט דער 'בונד' פֿאָרגעשטעלט מיט זיך אַן אידעאָלאָגישע אַלטערנאַטיווע פֿון איין זײַט צום ציוניזם און פֿון דער צווייטער זײַט, שפּעטער, צום קאָמוניזם. דער 'בונד' איז געווען אַ גרויסע ייִדישע באַוועגונג אין רוסלאַנד, אין דעם צווישן-מלחמהדיקן פּוילן און אין די פֿאַרשידענע לענדער וווּ מזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן האָבן זיך באַזעצט – די פֿאַראייניקטע שטאַטן, פֿראַנקרײַך, אַרגענטינע, קאַנאַדע, מעקסיקע, אויסטראַליע א"אַ.
דער 'פֿאָטער' פֿון דער בונדישער באַוועגונג אין ארץ-ישׂראל איז געווען בן-ציון (בענצל) צאַלעוויטש (1962-1885), א געבוירענער אין ביאַליסטאָק, וואָס האָט זיך באַזעצט אין ארץ-ישׂראל נאָך אין יאָר 1922. גלײַך נאָכן אָנקומען אין לאַנד איז ער געוואָרן אַקטיוו אינעם געראַנגל צו פֿאַרבעסערן די אָרטיקע אַרבעטס-באַדינגונגען. צאַלעוויטש האָט אויך געקעמפֿט פֿאַר דער יידיש-קולטור אין ארץ-ישׂראל און ער האָט זיך פֿאַרנומען מיטן פֿאַרשפּרייטן ייִדישע ביכער און צײַטונגען.
נאָכן חורבן, סוף פֿערציקער יאָרן און אין די פֿופֿציקער יאָרן פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט, זענען אָנגעקומען קיין ישׂראל אַ סך בונדיסטן פֿון אייראָפּע, געראַטעוועטע פֿון חורבן. שפּעטער זענען צוגעקומען נאָך, מיט דער עליה סוף פֿופֿציקער יאָרן פֿון פּוילן. זייער אָנקום האָט אין גאַנצן געענדערט דעם פֿאַרנעם פֿון דער בונדישער טעטיקייט אין ישׂראל, וואָס איז ביז דעמאָלט געווען זייער באַגרענעצט. אין 1951 איז צאַלעוויטש באַשטימט געוואָרן ווי דער פֿאָרזיצער פֿון 'בונד' אין ישׂראל און ווי דער פֿאַראַנטוואָרטלעכער רעדאַקטאָר פֿון די 'לעבנס-פֿראגן'. דער פֿאַקטישער רעדאַקטאָר איז געווען ישׂשכר אײַכנבוים (י. אַרטוסקי). ער האָט געשריבן די לייט-אַרטיקלען און די אַקטועלע אַרטיקלען. נאָך צאַלעוויטשעס טויט אין 1962 האָט אַרטוסקי ממשיך געווען צו דינען ווי דער רעדאַקטאָר פֿון זשורנאַל ביז זײַן פּטירה אין דעצעמבער 1971. יצחק לודען, אַ געבוירענער אין וואַרשע אין 1922, איז באַשטימט געוואָרן ווי דער ווײַטערדיקער רעדאַקטאָר פֿון זשורנאַל און האָט געדינט אויף דעם אַמט 43 יאָר. זײַן לעצטער נומער איז אַרויס אין יוני 2014.
די בונדישע פּרעסע, מיט איר לאַנגער טראַדיציע פֿון צענדליקער יאָרן, איז געבליבן געטרײַ צו די נעמען פֿון די היסטאָרישע אָרגאַנען פֿון דער באַוועגונג. אין דעם גײַסט האָט מען אויסגעקליבן דעם נאָמען פֿונעם תּל-אָבֿיבֿער זשורנאַל כּדי צו פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון די וואַרשעווער 'לעבענס-פֿראַגען', וואָס איינער פֿון זײַנע רעדאַקטאָרן איז געווען וולאַדימיר מעדעם, דער לעגענדאַרער מנהיג פֿון 'בונד'. דער ערשטער נומער 'לעבענס-פֿראַגען' איז אַרויס אין וואַרשע אין 1912, אָבער די צאַרישע רעגירונג האָט גלײַך געשלאָסן די אויסגאַבע. דער רעדאַקטאָר, דער אַרויסגעבער און אַ טייל מיטאַרבעטערס זענען שטרענג באַשטראָפֿט געוואָרן, אַרײַנגערעכנט פֿאַרשיקונג קיין סיביר. די אויסגאַבע איז באַנײַט געוואָרן אין 1916, ווען וואַרשע איז אין דער ערשטער וועלט-מלחמה געווען אונטער דער דײַטשישער הערשאַפֿט. אין 1918 איז דאָס געוואָרן אַ טאָגצײַטונג, אַ באַווײַז אויף וויפֿל דער פֿאַרנעם פֿון דער בונדישער אַרבעט אין פּוילן האָט זיך פֿאַרברייטערט נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה. די צײַטונג האָט געליטן פֿון די רדיפֿות פֿון דער מאַכט און איז געשלאָסן געוואָרן אין 1920 לויט אַ געריכט-פֿאַראָרדענונג. שפּעטער האָט אָנגעהויבן אַרויסגיין די 'פֿאָלקסצײַטונג' ווי דער טעגלעכער אָרגאַן פֿון 'בונד', אַ גאָר פֿאַרשפּרייטע צייטונג וואָס איז אַרויס אין וואַרשע ביזן 23סטן סעפּטעמבער 1939, דרײַ וואָכן נאָכן אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. די רעשטלעך פֿון דער בונדישער באַוועגונג וואָס האָבן זיך באַזעצט אין ישׂראל האָבן געפֿונען פֿאַר פּאַסיק צו באַנײַען דעם נאָמען פֿון איינער פֿון די פֿריִיִקע אויסגאַבעס פֿון דער באַוועגונג, און דאָס קעפּל האָט אָפּגעהיט דעם אַמאָליקן טיפּאָגראַפֿישן אויסזען.
אַ געוויינלעכער נומער פֿון די 'לעבנס-פֿראַגן' האָט אין די ערשטע יאָרן געהאַלטן 16 זײַטן. שפּעטער, ווען דאָס איז געוואָרן אַ צוויי-חדשים-זשורנאַל, איז ער אַרויס אין 24 און נאָך ווײַטער אין 28 זײַטן. דער לייט-אַרטיקל איז בדרך-כּלל געווען אויבן אָן. די ערשטע זײַטן זענען געווען אָפּגעגעבן פֿאַר פּאָליטישע, געזעלשאַפֿטלעכע און ווירטשאַפֿלעכע אַקטועלע ענינים, וואָס זענען באַלויכטן געוואָרן אין בונדישן גײַסט. אַ שטענדיקע רובריק פֿון קריטיק, בעיקר וועגן ישׂראלדיקע ענינים, איז אַרויס אונטערן קעפּל 'אַגבֿ-אורחא', געפֿירט פֿון בן-יעקבֿ (איינער פֿון די פּסעוודאָנימען פֿון י. אַרטוסקי; אַנדערע פּסעוודאָנימען זײַנע: ל. קאַסטנער, י. סאַמטער, י.ס.). דער זשורנאַל האָט אויך געדרוקט בעלעטריסטיק – לידער און דערציילונגען, טעאַטער- און ביכער-רעצענזיעס, ביבליאָגראַפֿישע פֿאַרצייכענונגען פֿון ייִדישע ביכער וואָס זענען אַרויס אין לאַנד און אין אויסלאַנד און אַן איבערבליק איבער די אָפקלאַנגען וועגן ייִדיש אין דער העברעיִשער פּרעסע. אויף די לעצטע זײַטן האָט מען געדרוקט באַריכטן וועגן דער בונדישער טעטיקייט אין ישׂראל און אין אַנדערע לענדער, און אויך פּערזענלעכע מודעות – באַגריסונגען און, להבֿדיל, נעקראָלאָגן.
די מיטאַרבעטערס זענען בדרך-כּלל געווען בונדיסטן אָדער סימפּאַטיקערס פֿון דער באַוועגונג אין ישׂראל און איבער דער גאָרער וועלט, ווי אויך ייִדישע שרײַבערס. ספּעציעלע נומערן פֿון זשורנאַל זענען געווען געווידמעט דעם אָנדענק פֿון וואַרשעווער געטאָ-אויפֿשטאַנד, דעם ערשטן מײַ און דעם יאָרצײַט פֿון דער ליקווידאַציע פֿון די ייִדישע קולטור-שאַפֿערס אין ראַטן-פֿארבאנד.
דער זשורנאַל האָט זיך געפֿירט אויף אָט דעם אופֿן אויך אונטער יצחק לודענס רעדאַקציע, וואָס האָט געלייגט א גרעסערן טראָפּ אויף מאַטעריאַלן פֿון דער ייִדיש-וועלט. אין די לעצטע יאָרן האָט זיך פֿאַרקלענערט די צאָל מיטאַרבעטערס און אויך די צאָל לייענערס. דערפֿאַר איז געוואָרן בולטער די באַטייליקונג פֿונעם רעדאַקטאָר, אונטער פֿאַרשידענע פּסעוודאָנימען: בן אוריש, אסתּרמאַן. דער זשורנאַל האָט אויך אָנגעהויבן אַרויסצוקומען זעלטענער.
די 736 נומערן פֿון 'לעבנס-פֿראַגן' זענען אַ יחיד-במינודיקער אויסדרוק פֿון אַ באַטײַטיקער און דראַמאַטישער תּקופֿה אין דער יידישער געשיכטע און אין דער געשיכטע פֿון ישׂראל. אַ טייל פֿונעם מאַטעריאַל פֿונעם זשורנאַל איז געבליבן אקטועל, ווײַט איבער זײַנע צײַטגרענעצן. אין די לעצטע יאָרן האָט דער זשורנאַל געטראָגן דעם מאָטאָ: 'טונק אײַן די פֿעדער אין געוויסן איידער דו טונקסט זי אײַן אין טינט', און דאָס איז אַ געטרײַער אויסדרוק פֿון זײַנע קאָנסעקווענטע שטעלונגען.

יצחק לודען
ד"ר גלי דרוקר בר-עם

תגובות לעיתון (0)
הוספת תגובה
העיתון הועלה לאתר בעזרת:
הקרן ע"ש פנחס (פינעק) קרישטל – מלבורן

ספאָנסירט פֿון דעם
אָנדענק-פאָנד א"נ פֿון
פנחס (פינעק) קריסטאַל - מעלבורן

 

גליונות זמינים באתר:
405 גליונות
בין השנים: 1951-2014

 

מצב העותק: טוב
העותק הדיגטלי הופק ממקור נייר (מאוספי הספרייה הלאומית).